עס איז דא מענטשען וואס טראכטן אז ווייל זיי פלאנען נישט צי ניצן א קרעדיט קארד און די נעקסטע שטיק צייט ,איז א שאד צי ארבעטן אויף די קרעדיט. אבער עס איז אינגאנצן נישט אזוי. קודם כל, אפילו איר גייט אמאל אפשר יא וועלן עפענען א קארטל לוינט זיך ווי פריער אנציהייבן ארבעטן אויפן קרעדיט. און לאמיר שוין זאגן איר גייט קיינמאל נישט וועלן עפענען א קארטל, (וואס איך גלייב נישט אז עס איז דא איין מענטש און די יונייטעד סטעיטס וואס האט אפגעלעבט זיינע יארן אן האבן א קרעדיט קארד. ממה נפשך איז ער א ארימאן, איז עס די גרינגסטע וועג דורך צי שטיפן א חודש אן בארגן פון רעכיל און מעכיל. און טאמער איז ער א עושר, אדער האלט ער אז ער גייט ווערן א עושר, גייט ער ווייטער וועלן ניצן קרעדיט קארדס צי באקימען ריווארדס אויף אלע זיינע ספענדונגען)
דארפט איר נאך אלטס האבן א גיטע קרעדיט פאר די פאלגנדע פאקטארן:
קויפן א הויז איר קענט נישט באקימען קיין מארגידש טאמער האט איר נישט קיין קרעדיט.
קויפן/ליעסן א קאר איר קענט נישט האבן א אייגענע קאר אן קרעדיט.
כמעט יעדע זאך פון א פשוטע פאון פלאן ביזן טרעפן ארבעט און די אלגעמיינע גאס
עכ"פ איר גייט דארפן איין טאג האבן קרעדיט בעז"ה נאר פאר גיטע זאכן סא, וואס ווארט איר? ווי פריער אלטס בעסער.
מיט וואס הייבט מען אן??? דריקט דא