און דעם ארטיקל וועלן מיר ארום רעדן איבער אריבער לייגן קרעדיט לימיט פון איין קארטל צום צווייטן ביי די זעלבע באנק. וואס זענען די מעלות דערפון? וועלכע בענק לאזן עס מאכן? וועלכע נישט? ווי אזוי מאכט מען דאס?
פארוואס זאל איינער וועלן אריבער לייגן קרעדיט פון איין קארטל צום צווייטן?
עס איז דא אפאר סיבות
איר האט א קארטל מיט א לימיט פון $5000, יעצט אפלייעד איר פאר א נייע 0 APR קארטל, און איר ווערט אפראוועד פאר $2000. קענט איר אריבער לייגן $4000 פון אייער אלטע קארטל צי די נייע קארטל, און איר וועט האבן יעצט 0 APR פאר $6000.
איר זענט יעצט געווארן אפראוועד פאר א קארטל מיט גיטע בענעפיטן און איר ווילט נאר סווייפן מיט די קארטל, לוינט זיך אייך אריבער צי רוקן קרעדיט פון די אלטע קארטל צי די נייע.
איר ווילט פארשליסן א קרעדיט קארטל מאיזה סיבה שהוא, לייגט קודם אריבער די עוועיליבול קרעדיט צי א אנדערע קארטל, אזוי וועט עס האבן א קלענערע עפעקט אויף אייער קרעדיט סקאור.(עס איז קיינמאל נישט גיט צי פארמאכן א קארטל אן זיך דורך רעדן מיט א מומחה).
איר האט אפפלייעד פאר א נייע קארטל, און איר באקומט א דיקליין ווייל די באנק האט אייך שוין געגעבען די מאקסימום לימיט. קענט איר אריין קאלן די ריקאנסידערעישן ליין און זיי בעטן צי טרענספערן פון א אלטע קארטל צי די קארטל וואס איר ווילט יעצט ווערן אפראוועד.
וועלכע בענק לאזן עס מאכן? וועלכע נישט? ווי אזוי מאכט מען דאס?
אמעקס.
אמעקס איז זייער לייכט און אריבער לייגן קרעדיט לימיט פון איין אקאונט צום צווייטן, איר קענט רוקן צווישן פארסאנעל צי פערסאנעל, און פון פערסאנעל צי ביזנעס, אבער נישט פון ביזנעס צי פערסאנעל. ווי אויך קענט איר נישט טרענספערן לימיט פון א טשארטש קארד.
צי ריקוועסטן א טרענספער גייט ארויף אויף אמעקס סייט, לאגטס אריין און אייער אקאונט. ביי די רעכטע זייט אויבן סעלעקט די קארטל פון וואס איר ווילט ארויס טרענספערן, דערנאך סעלעקט אויבן אקאונט סערוויסעס. סעלעקט פעימענטס&קרעדיט אפשענס, קליקט אויף טרענספער עוועיליבול קרעדיט צי א אנדערע קארד, וועלטס אויס פון וועלכע אקאונט צי וועלכע אקאונט און וויפיל איר ווילט אריבער שיקן, קאנטיניו, סעלעקט די באקסעס, סאבמיט.
טאמער ליגט נישט אלע אייערע קארטלעך און 1 אנליין אקאונט, קענט איר זיי אריינרופן צי מאכן די טרענספער.
באנק אף אמעריקע.
באנק אף אמעריקע לאזט מאכן טרענספערס צווישן אלע אייערע קארטלעך נישט קיין חילוק ביזנעס צי פערסאנעל. אמאל פלעגט מען באקומען א אינקווערי אבער היינט ציטאגס שוין נישט, אבער עס איז גיט צי קאנפירעמען מיט זיי. עס מיז בלייבן א מינימום פון $100 קרעדיט לימיט ביי יעדע קארטל.
צי מאכן א טרענספער ריפט אריין די נומבער פון די בעק פון אייער קארטל פון וואס איר ווילט ארויס טרענספערן, און זאגטס זיי וואס איר וויל טרענספערן צי וואס, און פאלאוטס די אינסטראקשענס.
בארקליס.
זיי זענען אביסל שווער מיט די רולס. און די ערשטע 30 טעג פון עפענען א קארטל דארף עס צי גיין, מאכט זיכער אז איר באקומט נישט א אינקווערי.
צי מאכן א טרענספער ריפט אריין די נומבער פון די בעק פון אייער קארטל, איר דארפט בעטן צי ווערן געטרענספערט צי די קרעדיט אנאליסט דיפארטמענט, און זאגטס זיי וואס איר ווילט טרענספערן צי וואס. און פאלאוטס די אינסטראקשענס.
קעפיטאל וואן.
אמאל פלעגט מען קענען, אבער עס האט זיך געסטאפט. היינט איז נישט שייך צי טרענספערן לימיט ביי זיי.
טשעיס.
טשעיס לאזט מאכן טרענספערס. טאמער וועט די קארטל באקומען א לימיט פון מער ווי $35,000 וועט איר באקומען א אינקווערי. איר קענט נאר טרענספערן צווישן פערסאנעל צי פערסאנעל אדער ביזנעס צי ביזנעס, נישט פון פערסאנעל צי ביזנעס אדער פארקערט.
צי מאכן א טרענספער ריפט אריין די נומבער פון די בעק פון אייער קארטל, און זאגטס זיי וואס איר וויל טרענספערן צי וואס. עס וועט נארמאל ווערן אפדעיטעד גלייך, עס קען פון מאל צי מאל נעמען ביז 24 שעה. ווי אויך קענט איר שיקן א סעקיורד מעסעדש און איר וועט צוריק הערן פון זיי.
סיטי.
ביידע קארטלעך מיזן זיין אפען פאר א מינימום פון 6 חדשים, איר וועט באקומען א אינקווערי.
צי מאכן א טרענספער ריפט אריין די נומבער פון די בעק פון אייער קארטל, איר דארפט בעטן צי ווערן געטרענספערט צי די קרעדיט אנאליסט דיפארטמענט, און זאגטס זיי וואס איר וויל טרענספערן צי וואס. (עס קען זיין אז עס ארבעט שוין נישט היינט ציטאגס ביי זיי)
דיסקאווער.
ביידע קארטלעך מיזן זיין אפען פאר א מינימום פון 3 חדשים, מיזן האבן א לימיט פון $500. איר וועט מיזן קודם ריקוועסטן א קרעדיט אינקריס, איר קענט באקומען א אינקווערי.
צי מאכן א טרענספער ריפט אריין די נומבער פון די בעק פון אייער קארטל, איר דארפט בעטן פאר א קרעדיט אינקריס, איינמאל עס איז אפראוועד בעט צי ווערן געטרענספערט צי די קרעדיט אפערישענס דיפארטמענט, און זאגטס זיי וואס איר ווילט טרענספערן צי וואס.
יו עס באנק.
אמאל פלעגט מען קענען, אבער עס האט זיך געסטאפט. היינט איז נישט שייך צי טרענספערן לימיט ביי זיי.
וועלס פארגא.
איר קענט טרענספערן, ריפט אריין די נומבער פון די בעק פון אייער קארטל, און זאגטס זיי וואס איר וויל טרענספערן צי וואס. מאכט זיכער מיט זיי אז זיי מאכן נישט קיין אינקווערי.