ווי אויסגעשמועסט אינעם פריערדיגן ארטיקל איז די 'קרעדיט סקאור' די גרעסטע פאקטאר וואס בענק קוקן אינעם קרעדיט ריפארט, מיר האבן אראפגעשטעלט עטליכע יסודות וועלעכע אפעקטירן בעיקר די סקאורס, און וואס זענען די מהלכים עס צו בויען און האלטן גוט.
בזמן וואס רוב געדאנקען אויסגעשמועסט זענען פשוט און פארשטענדליך וואס איז דא צו טוהן, איז יא כדאי אביסל אויסצושמועסן בנוגע 'קרעדיט inquiries'.
סאפט אינקןןערי (soft inquiry)
יעדעס מאל איר ווילט איבערקוקן אייער קרעדיט און איר פארלאנגט אייער קרעדיט ריפארט פון די קרעדיט פירמעס ('קרעדיט ביוראס'), ווערט אנגעצייכענט אויף אייער רעקארד אז איר האט געבעטן אייער קרעדיט ריפארט, דאס ווערט אנגערופן א 'קרעדיט אינקווערי' (Credit Inquiry), דאך – ווען איר קוקט אליינס נאך אייער קרעדיט – הייסט דאס נאר א 'סאפט אינקווערי' (Soft Inquiry) אדער א 'סאפט פאלל' (Soft Pull) און עס לאזט נישט קיין רושם אויף אייער ריפארט, ווי אויך אפעקטירט עס נישט אייער 'סקאור' און בענק אדער אנדערע פירמעס וועלן נישט זעהן אז איר האט געבעטן אייער קרעדיט ריפארט.
הארד Inquiries
אנדערש איז אבער ווען איר גיבט אריין א פארלאנג פאר א מארטגעדזש, הלוואה, קרעדיט קארד, וכדו' וועט די באנק\קאמפעני בעטן אייער קרעדיט ריפארט פון די קרעדיט פירמעס ('קרעדיט ביוראס') כדי צו זען אויב מען קען אייך געטרויען מיטן פארלאנגטן הלואה וכדו', און ווען א 'באנק' אדער סיי וועלעכע קרעדיטער (=מלוה) פארלאנגט אייער קרעדיט ריפארט ווערט עס באטראכט אלס א 'הארד פאלל' (Hard pull), עס גייט ארויף אויף אייער קרעדיט היסטארי, און לאזט איבער א רעקארד אז די קומענדיגע מאל מען וועט נאכקוקען אייער קרעדיט וועט מען זעהן די Inquiry אויפ'ן ריפארט.
קרעדיט Inquiries האבן בדרך כלל א מינימאלע אפעקט אויף אייער קרעדיט סקאור,
אבער אויב זענען אין א קורצע צייט אפשניט דא 'צופיל' קרעדיט Inquiries קען דאס יא שטארק אפעקטירן אייער קרעדיט, און עס קען אמאל אפילו גורם זיין אז די באנק זאל גענצליך אפזאגן אייער פארלאנג פאר א הלוואה וכדו'. די סיבה דערצו איז ווייל ווען די באנק זעהט אז איר זוכט יעצט צו באקומען אזויפיל הלואות, האבן זיי מורא אז איר לאזט זיך אריין אין צופיל חובות אויפאמאל וואס וועט אייך מאכן אומסטאביל צו צאלן צייטליך אייערע בילס.
קרעדיט מאניטארינג
צוריק צו סאפט פאללס, איז עס לכתחילה אזוי אויסגעשטעלט אז ווען איר קוקט אליינסן נאך אייער קרעדיט וועט עס בלויז אויסווירקן אין א "Soft pull" און עס וועט זיך נישט אנזעהן אויף אייער קרעדיט ריפארט ווייל עס איז שטארק וויכטיג איר זאלט בעטן אזא ריפארט און עס דורכגיין יעדע שטיק צייט כדי איר זאלט קענען אויפכאפן אויב גייט עפעס פאר אויף אייער נאמען וואס איר זענט נישט באוואוסטזוניג און נישט שפעטער האבן קיין אומאנגענעמע איבערראשונגען.
איר קענט באקומען אומזיסט אייער קרעדיט ריפארט איינמאל א יאר ביי www.annualcreditreport.com.
אויך זענען היינט דא מער באנוצער-פריינטליכע וועגן צו מאניטארן די קרעדיט, איינע פון די זייער פאפולערע סייטס איז "קרעדיט קארמא" Credit Karma, ווי איר קענט כסדר זעהן אייער קרעדיט סקאור און אויך די איבריגע קרעדיט פרטים. אויך קענט איר ביי קרעדיט קארמא באקומען אלערטס ווען אייער קרעדיט ווערט געבעטן דורך א באנק און וועט מאכן א הארד פאלל, און נאך אסאך סערוויסעס.