ווי אזוי ווערט קרעדיט קארד אינטרעס אויסגערעכנט?
דאס איז זיכער אז די בעסטע איז אויב מען קען אפצאלן די גאנצע קרעדיט קארד ביל א יעדע חודש.
אבער אויב איר האט א באלאנס, קען עס זיין העלפול צו וויסן ווי אזוי אייער אינטערעסט ווערט גערעכנט כדי צו באשטימען וויפיל איר צאלט יעדן מאנאט. די נומערן אויף אייער סטעמעינט קענען זיין זייער געקניפט און געבינדען, און איר קענט אייך וואונדערן, "ווי אזוי ווערט קרעדיט קארט אינטערעסט אויסגערעכנט?"
כדי צו וויסן וויפיל אינטערעסט איר צאלט אויף אייער קרעדיט קארד ליינט דאס אדורך.
קרעדיט קארט אינטערעסט איז וואס די קרעדיט קארט קאמפאני רעכנט אייך צו בארגן געלט פון זיי, וואס פאסירט ווען איר טראגט א באלאנס?
איר וועט אנהייבן צו צאלן APR וואס דאס מיינט
annual percentage rate.
און אנדערע ווערטער די APR איז די נומבער וויפיל אינטערעסט איר גייט צאלן.
נמשל, אויב איר האט א קרעדיט קארד באלאנס פון $1,000 און אייער APR איז 21%, וועט איר אלעס צוזאמען באצאלן $210 אין אינטערעסט און א יאר.
לאמיר עס צונעמען אביסל בעסער,
צוטיילט דעם APR אויף 365 טעג א יאר , גייט אייער אינטרעסט זיין א יעדן טאג 0.06%.
אדער א טעגלעכע קאסט פון ארום 58 צענט פער טאג.
דעי אלע נומבערס זענען נאר אויב די באלאנס איז $1,000
אבער אויב צאלט איר א יעדע חודש אפ אייער קרעדיט קארד צאלט איר נישט קיין אינטרעסט.
אדער אויב צאלט איר נישט א יעדע חודש די אינטרעסט וואס די באנק האט אייך געגעבן וועט איר צאלן נאך מער אינטרסט.
דאס אלעס וואס מיר האבן אויבן געשריבן איז נאר ביי די בענק וואס די אינטערעסט בלייבט אייביג די זעלבע אבער אויב טוישט די באנק כסדר די אינטערעסט לוינט זיך צו קוקן א יעדע חודש אויף די סטעמענט און עס אויס רעכענען לויט די וועג וואס מיר האבן אויבן געשריבן.
.