איר ניצט אייער קרעדיט קארד, און איר ווילט באצאלן אויף צייט - נישט צי דארפן באצאלן אינטרעסט און נישט באקומען א לעיט פעימענט. ווען דארפט איר באצאלן? וואס איז דאס א קלאזינג דעיט? דאָ דעיט? לאמיר עס צינעמען ציביסלעך.
די באצאלונג אויף א קרעדיט קארד איז געבויט אויף 2 זאכן- א קלאזינג דעיט און א דאָ דעיט.
די דאָ דעיט וועט בדרך כלל זיין 25 טאג נאך די קלאזינג דעיט. די קלאזינג דעיט איז פשט אז יעצט האט זיך אייער סטעיטמענט געשלאסן.
א סטעיטמענט איז א 30 טאגיגע פעריאדע וואס לויפט נארמאל אויפן חודש. איר וועט האבן א ינואר סטעיטמענט, א פעברואר סטעיטמענט, אאוו. און ביי די קלאזינג דעיט, קוקט מען וויפיל געלט איר זענט שילדיג פון די לעצטע 30 טאג(וואס דאס ווערט אנגערופן די סטעיטמענט) , און דאס גייט זיין אייער ביל וואס איר וועט דארפן באצאלן ביז די דאָ דעיט- וואס איז בדרך כלל 25 טעג שפעטער.
פון יעצט און ווייטער (נאך די 30 טאג) הייבט זיך אן אייער נייע בילינג סטעיטמענט פאר די קומענדיגע 30 טאג, וואס איר גייט הערשט באצאלן 25 טאג נאך די קומענדיגע קלאזינג דעיט.
א אינטערעסאנטע זאך וואס קומט ארויס דערפון- ביי די דאָ דעיט קענט איר צימאל באצאלן א זאך וואס איר האט געקויפט 55 טאג צוריק, פארדעים איז גיט צי נעמען און באטראכט אז א זאך וואס מען וויל באצאלן ווי שפעטער זאל מען ניצן א קרעדיט קארד וואס מען האלט אנהייב פונעם סטעיטמענט.
נאך א וויכטיגע זאך- די קרעדיט קארד קאמפאניס אפדעיטען אייער באלאנס איינמאל א חודש, וואס דאס איז ווען אייער סטעיטמענט ענדיגט זיך (די קלאזינג דעיט). איז טאמער ווילט איר נישט אייער באלאנס זאל ווערן אפדעיטעד אויף די קרעדיט בירואס, באצאלט צוריק די געלט ביפאר די קלאזינג דעיט וועט עס נישט ווערן אפדעיטעד, ווייל עס וועט שוין זיין אפגעצאלט. און קורצע ווערטער די חוב צי אייער קרעדיט קארד ווערט געמאכט ביים קלאזינג דעיט און טאמער ביז דעמאלטס האט איר שוין באצאלט אייער קארטל איז נישט דא קיין חוב.
ביי די דאָ דעיט איז דא א מינימום פעימענט דאָ און א רימעינינג סטעיטמענט באלאנס. די מינימום פעימענט מיזט איר באצאלן אז נישט וועט איר באצאלן א לעיט פי און איר קענט באקומען א לעיט פעימענט אויף אייער קרעדיט ריפארט. (טאמער איז עס נאר אפאר טאג שפעט, וועט עס בדרך כלל נישט ווערן ריפארטעד)
די רימעיניג סטעיטמענט באלאנס מיזט איר נישט באצאלן אבער איר וועט באצאלן הויכע אינטרעסט דערויף, חוץ ווען איר האט א O%APR קארטל וואס דעמאלטס דארפט איר נאר באצאלן די מינימום פעימענט ביז די אפפער לויפט אפ.