וואס איז דאס א APR O קארטל? א נארמאלע קרעדיט קארד וואס איר באקומט דארפט איר באצאלן יעדן חודש א מינימום פעימענט, וואס דאס מיזט איר באצאלן. טאמער באצאלט איר עס נישט וועט אייער קרעדיט טראסקענען און איר וועט באצאלן א פי פארן נישט באצאלן אויף צייט. אבער וואס טוט זיך מיט די איבריגע געלט? דאס מיינט, למשל איר האט געסווייפט $1,000 וועט אייער מינימום פעימענט זיין בערך $50 געוואנדן יעדע קאמפאני באזונדער. איז די איבעריגע $950 מיזט איר נישט באצאלן, אבער איר גייט באצאלן דערויף אינטרעסט וואס לויפט אויף זייער הויכע רעיטס, רוב מאל איבער 20%. דא קומט אריין APR O. ביי א APR O קארטל דארפט איר נאר באצאלן די מינימום פעימענט און די איבעריגע געלט קענט איר לאזן צי באצאלן פאר נעקסטע חודש און איר וועט נישט דארפן באצאלן קיין ניקל אינטרעסט אויף דעם. רוב מאל איז דאס נוגע ווען איר עפענט א נייע קארטל וואס האט APR O, דעמאלטס וועט איר קענען ווארטן מיטן באצאלן געוואנדן לויט די אפפער פונעם קארטל. עס לויפט נארמאל צווישן 12 און 24 חדשים וואס איר וועט נישט באצאלן קיין אינטערעסט. עס איז זייער אינטערעסאנט פאר א מענטש וואס האט א איינמאליגע גרויסע הוצאה אנשטאט צי נעמען א גמח מיט ערבים אאוו, קען ער עפענען א APR O קארטל באקומען א 5 צי 6 אלפים קרעדיט לימיט און עס באצאלן ביז 12 אדער 24 חדשים געוואנדן לויט די אפפער פונעם קארטל. אזוי אויך ווען א מענטש האט שוין 5 צי 6 אלפים קרעדיט קארד באלאנסעס און ער באצאלט יא אינטערעסט אויף עס, איז דא א זאך וואס הייסט א באלאנס טראנספער - דעס מיינט אז ער קען אפ באצאלן זיין אלטע קרעדיט קארד באלאנס אויף וואס ער צאלט שווערע אינטערעסט יעדן חדש מיט א נייע APR O קארטל וואס ער גייט נישט באצאלן קיין אינטרעסט פאר די ערשטע 12 ביז 24 חדשים פונעם עפענען די קארד. אזוי אויך קענט איר פון מאל צי מאל באקומען א אפפער אויף א קארטל וואס איר האט שוין, אז איר קענט באקומען APR O טאמער מאכט איר א באלאנס טראנספער. עכ"פ האב מיר ארויס געברענגט די מעלות וואס א יעדע פשוטע מענטש קען נהנה זיין פון מאל צי מאל פון א APR O קארטל. אבער יעצט לאמיר גיין א שטאפל ווייטער. פון מאל צי מאל וויל א מענטש ארויס נעמען $100,000 צי אפילו ביז $250,000 אויף א יאר 2 פאר APR O. ווי למשל ער וויל עפענען א ביזנעס און ער האלט אז עס וועט עם אויפברענגען גענוג געלט און די ערשטע יאר 2 צוריק צי צאלן די גאנצע געלט. אויף דעם זענען מיר אייך דא צי העלפן, ווי איר קענט אריין קאלן צי אונז אויף 929-500-2425 און מיר וועלן אייך געבן א בחינםדיגע שאצונג וויפיל איר קענט בעז"ה באקומען דא האט איר א לינק צי די בעסטע 0 APR קארטלעך יעצט אויף די מארקעט
top of page
To see this working, head to your live site.
?קארטלעך, וואס איז דאס? איז דאס געאייגנט פאר מיך APR O
?קארטלעך, וואס איז דאס? איז דאס געאייגנט פאר מיך APR O
0 comments
Like
Comments (0)
*General Disclaimer: See the online credit card application for details about terms and conditions. We make every effort to maintain accurate information. However, all credit card information is presented without warranty. To confirm terms and conditions, click the "אפליי" button and review info on the secure credit card terms page.
*Advertiser Disclosure: The Cards Expert is an independent, advertising-supported credit card service. Offers which appear on TheCardsExpert.com are from companies with which The Cards Expert receives compensation. This compensation may impact the location and order in which these products appear. The Cards Expert takes into consideration several proprietary rules and the likelihood of an applicants’ credit approval to determine how and where products appear on the site. The Cards Expert does not include the entire universe of available credit or financial offers.
*Editorial Note: This content is not provided or commissioned by the credit card issuer. Any opinions, analyses, reviews or recommendations expressed in this article are those of the author’s alone, and may not have been reviewed, approved or otherwise endorsed by the credit card issuer. This site may be compensated through a credit card issuer partnership.
©2022 by Mozes. Created for
bottom of page