top of page

Forum Posts

Pinchus schwartz
Aug 05, 2024
In עירליין אינפה
סאוטוועסט עירליינס האט די פארלאפענע 50 יאר זינט איר גרינדונג געהאט די "אפענע זיץ" פאליסי. דאס הייסט אז ווען איר קויפט א טיקעט איז מען אריין אין איינס פון די דריי גרופעס. און דאן א טאג פארן פליען האט מען זיך געקענט איינשרייבן און אויסוועלן א זיץ. די וואס זענען געקומען פריער האבן פריער געקענט וועלן. אצינד זאגט די עירליין אז זיי וועלן דאס טוישן. די קאמפעני זאגט אז אין די ריסוירטש וואס זיי האבן געמאכט האבן זיי געטראפן אז אזויפיל ווי איבער 80 פראצענט פון די וואס האבן געטראכט צו פליען מיט סאוטוועסט האבן געוועלט א צווייטע עירליין. איז די פאקט אז מען האט נישט קיין באשטימטע זיצן געווען א די קאמפעני זאגט אויך אז עס וועט איר העלפן און פארדינסטן ווייל זיי וועלן אנהייבן פארקויפן זיצן פאר אן אפצאל. נאך א טויש וועט קומען אז די עירליין וועט אנהייבן פארן איבערנאכט. וואס וועט זיי העלפן בעסער אויסנוצן די עראפלאנען. די קאמפעני זאגט אז די פרייע צוויי פעקלעך וואס מען קען ארויפנעמען בלייבט וויבאלד די ריסוירטש צייגט אז דאס איז פארוואס זייער אסאך קאנסומערס וועלן סאוטוועסט.
סאוטוועסט מיט אפאר טוישנוגען. content media
0
0
24
Pinchus schwartz
Aug 01, 2024
In פוינטס קארטלעך
עס איז דא א עירליין קרעדיט קארד וואס איז נישט באקאנט. וועלכע קארטל איז עס? " פריי ספיריט וועלט עליט מעסטערקארטל" (פון בענק אף אַמעריקע) דעי קארטל קען אייך העלפן באקומען טיקעטס פאר בחנם און אזוי סעווין אסאך געלט אויב פארט איר אסאך מיט ספיריט עירליינס . ספיריט עירליינס האט צוויי קרעדיט קארדס איינס איז די "פריי ספיריט עליט מעסטערקארטל" מיט א פרייז פער יאר פון $79. און נאך א קארטל וואס הייסט "פריי ספיריט מעסטערקארטל" וואס קאסט נישט קיין געלט. די קארטל וואס קאסט יערלעך איז מער ווערד ווי די קארטל וואס קאסט נישט. וויבאלד די אפפערס וואס מען באקומט אויף די קארטל וואס קאסט געלט איז מער ווערט ווי די קארטל וואָס קאסט נישט קײן געלט וואס איז די אפפערס? די ערשטע יאר קאסט נישט די קארטל קיין געלט. (דאס וועט אייך געבן א געלעגנהייט אויס צו טריען די קארטל און זעהן אויב די אפפערס איז ווערד פאר אייך) פארדינט 50,000 פוינטס. פלאס א $100 קרעדיט ביי ספיריט נאכן ספענדען $1,000 און די ערשטע 90 טעג. באקומט 3 פוינטס פער יעדע $ וואס איר קויפט ביי ספיריט עירליין. באקומט 2 פוינטס פער יעדע $ ספענדן און גראסערי און דיינוג. באקומט 1 פוינט פאר א יעדע $ אויף אלעס וואס איר קויפט. די פוינטס עיקספייערט נישט. 25% קעש בעק אויף אלעס וואס איר קויפט אופן עירליין. גייט ארויף אויפן פליגער פון די ערשטע. באקומט איין סטוטס פוינט פאר א יעדע $10. באקומט $100 אויב ספענדען איר $5,000 און די יאָר פון אייער חתונה. (ביי רוב מענטשן וואס ליינען דאס איז עס שוין נישט נוגע. צו אפלייען פאר די קארטל קליקט דא אויב האט קאמענטארן ביטע לויט אייך הערן. jacob@thecardsexpert.com
ספיריט עירליין קרעדיט קארד  content media
1
0
20
Pinchus schwartz
Jul 30, 2024
In אינפארמאציע אויף קארטלעך
בילט קרעדיט קארד. מיר האָבן געהאַט געשריבן אין די פאסט (קליקט אויף די לינק) אז וואלס פארגא פארלירט געלט א יעדע חודש פון די בילט קארד. ווי מיר האבן דארטן געשריבן אז עס זעהט נישט אויס ווי די קארטל גייט פארמאכט ווערן. וויבאלד די קארטל איז זייער אויף געכאפט ביי די יונגע עולם. נאָר וואס דען? מען גייט טוישן די אפפערס אביסל. וואס איז די אפפער? איינע פון די אפפערס איז אז א יעדע ערשטער פון די חודש באקומט מען דאבל פוינטס ביז 10,000 פוינטס א חודש. דאס מיינט צו זאגן אז אויב קויפט איר עפעס און איר מאכט 100 פוינטס. אויב קויפט איר עס ביי די ערשטער טאָג און חודש מאכט איר 200 פוינטס. דאבעל די ערשטע טויש קומט צו דעי אפפער פון באקומען דאבל פוינטס גייט האבן א קלענערע לימיט עס גייט נאר קענען זיין ביז $1,000. (זייער א קליינע סכום.) הייבט זיך אן 10.01.2024 עס גייט לכאורה קומען נאך טוישנוגען סיי גוטע און סיי נישט גוטע מיר וועלן אייך האלטן אינפארמירט צו אפלייען פאר די קארטל קליקט דא
בילט אפדעיט  content media
1
0
22
Pinchus schwartz
Jul 11, 2024
In פוינטס קארטלעך
די קאנצעפט פון קרעדיט קארד פוינטס גייט שוין  צוריק צו די 1980 יארן, ווען קרעדיט קארד קאמפעניס האבן אנגעהויבן צו געבן פוינטס פאר ווער עס נוצט זייער קרעדיט קארד. דער ערשטער צו אריין ברענגען אזא מושג ווי 'קרעדיט קארד פוינטס' איז געוווען אמעריקען עיירליינס אין 1981, מיטן נאמען AAdvantage קרעדיט קארד,  וועלכע האט ערלויבט קארדהאלדערס צו פארדינען מיילס וואס קענען ווערן אויסגעטוישט אויף טיקעטס צו צו פליען . אין די 1990 יארן האבן אנדערע קרעדיט קארד קאמפאניס ווי וויזא, מאסטערקארד, און דיסקאווער, גע'לאונטשט זייערע אייגענע באלוינונג פראגראמען, ווי זיי אפפערן פוינטס און קעש בעק. היינט זענען קרעדיט קארד פוינטס זייער פאפולער, מיט אלע זייער באלוינונג 1. קעש בעק: פארדינען א פראצענט קעש בעק אויף א יעדע דאללאר וואס איז נוצט אויפ'ן קארטל. 2. טרעוועל פוינטס: פארדינען פוינטס פאר עיירליינס, האטעלס, און נאך אנדערע רייזע בענעפיטען. פאר אלע קארטלעך פוינטס דרוקט דא, פאר אלע קעש בעק קארטלעך דרוקט דא,
ווען האט זיך די פוינטס קארטלעך אנגעהויבן  content media
2
1
34
Pinchus schwartz
Jul 10, 2024
In קרעדיט טיפס
ווי אויסגעשמועסט אינעם פריערדיגן ארטיקל איז די 'קרעדיט סקאור' די גרעסטע פאקטאר וואס בענק קוקן אינעם קרעדיט ריפארט, מיר האבן אראפגעשטעלט עטליכע יסודות וועלעכע אפעקטירן בעיקר די סקאורס, און וואס זענען די מהלכים עס צו בויען און האלטן גוט. בזמן וואס רוב געדאנקען אויסגעשמועסט זענען פשוט און פארשטענדליך וואס איז דא צו טוהן, איז יא כדאי אביסל אויסצושמועסן בנוגע 'קרעדיט inquiries'. סאפט אינקןןערי (soft inquiry) יעדעס מאל איר ווילט איבערקוקן אייער קרעדיט און איר פארלאנגט אייער קרעדיט ריפארט פון די קרעדיט פירמעס ('קרעדיט ביוראס'), ווערט אנגעצייכענט אויף אייער רעקארד אז איר האט געבעטן אייער קרעדיט ריפארט, דאס ווערט אנגערופן א 'קרעדיט אינקווערי' (Credit Inquiry), דאך – ווען איר קוקט אליינס נאך אייער קרעדיט – הייסט דאס נאר א 'סאפט אינקווערי' (Soft Inquiry) אדער א 'סאפט פאלל' (Soft Pull) און עס לאזט נישט קיין רושם אויף אייער ריפארט, ווי אויך אפעקטירט עס נישט אייער 'סקאור' און בענק אדער אנדערע פירמעס וועלן נישט זעהן אז איר האט געבעטן אייער קרעדיט ריפארט. הארד Inquiries אנדערש איז אבער ווען איר גיבט אריין א פארלאנג פאר א מארטגעדזש, הלוואה, קרעדיט קארד, וכדו' וועט די באנק\קאמפעני בעטן אייער קרעדיט ריפארט פון די קרעדיט פירמעס ('קרעדיט ביוראס') כדי צו זען אויב מען קען אייך געטרויען מיטן פארלאנגטן הלואה וכדו', און ווען א 'באנק' אדער סיי וועלעכע קרעדיטער (=מלוה) פארלאנגט אייער קרעדיט ריפארט ווערט עס באטראכט אלס א 'הארד פאלל' (Hard pull), עס גייט ארויף אויף אייער קרעדיט היסטארי, און לאזט איבער א רעקארד אז די קומענדיגע מאל מען וועט נאכקוקען אייער קרעדיט וועט מען זעהן די Inquiry אויפ'ן ריפארט. קרעדיט Inquiries האבן בדרך כלל א מינימאלע אפעקט אויף אייער קרעדיט סקאור, אבער אויב זענען אין א קורצע צייט אפשניט דא 'צופיל' קרעדיט Inquiries קען דאס יא שטארק אפעקטירן אייער קרעדיט, און עס קען אמאל אפילו גורם זיין אז די באנק זאל גענצליך אפזאגן אייער פארלאנג פאר א הלוואה וכדו'. די סיבה דערצו איז ווייל ווען די באנק זעהט אז איר זוכט יעצט צו באקומען אזויפיל הלואות, האבן זיי מורא אז איר לאזט זיך אריין אין צופיל חובות אויפאמאל וואס וועט אייך מאכן אומסטאביל צו צאלן צייטליך אייערע בילס. קרעדיט מאניטארינג צוריק צו סאפט פאללס, איז עס לכתחילה אזוי אויסגעשטעלט אז ווען איר קוקט אליינסן נאך אייער קרעדיט וועט עס בלויז אויסווירקן אין א "Soft pull" און עס וועט זיך נישט אנזעהן אויף אייער קרעדיט ריפארט ווייל עס איז שטארק וויכטיג איר זאלט בעטן אזא ריפארט און עס דורכגיין יעדע שטיק צייט כדי איר זאלט קענען אויפכאפן אויב גייט עפעס פאר אויף אייער נאמען וואס איר זענט נישט באוואוסטזוניג און נישט שפעטער האבן קיין אומאנגענעמע איבערראשונגען. איר קענט באקומען אומזיסט אייער קרעדיט ריפארט איינמאל א יאר ביי www.annualcreditreport.com. אויך זענען היינט דא מער באנוצער-פריינטליכע וועגן צו מאניטארן די קרעדיט, איינע פון די זייער פאפולערע סייטס איז "קרעדיט קארמא" Credit Karma, ווי איר קענט כסדר זעהן אייער קרעדיט סקאור און אויך די איבריגע קרעדיט פרטים. אויך קענט איר ביי קרעדיט קארמא באקומען אלערטס ווען אייער קרעדיט ווערט געבעטן דורך א באנק און וועט מאכן א הארד פאלל, און נאך אסאך סערוויסעס.
וואס איז דאס קרעדיט אינקעריס? content media
0
0
23
Pinchus schwartz
Jul 10, 2024
In בויעטס אייער קרעדיט
די פשוטסטע עצה זיך צי בויען די קרעדיט איז צי ווערן א עדישינאל צי איינעם, אבער מען דארף וויסן אפאר וויכטיגע זאכן פאר מען גייט צי צי דעם. מאכט זיכער אז יענער לייגט צי אייער נאמען מיטן סאושעל (עס איז דא בענק וואס פאר א עדישנאל מיז מען נישט אריין לייגן א סאושעל) אז נישט האט איר גארנישט אויפגעטהון. ווי א לענגערע קרעדיט היסטארי יענער האט אלטס בעסער. עס איז בעסער אז יענער זאל האבן א גרויסע ליין אויף קרעדיט אויפן קארטל וואס ער לייגט אייך צי. פארשטייט זיך אז ער דארף האבן א גיטע קרעדיט סקאר אז נישט האט איר גארנישט אויפגעטהון. (אויב עפעס פארקערט.) נארמאל דארפט איר זיין 6 חדשים אן עדישינאל עס זאל אייך העלפן, אבער עס העלפט רוב מאל שוין פארדעם.
ווערט אן עדישינאל content media
0
0
30
Pinchus schwartz
Jul 08, 2024
In קרעדיט טיפס
ווי אזוי ווערט קרעדיט קארד אינטרעס אויסגערעכנט? דאס איז זיכער אז די בעסטע איז אויב מען קען אפצאלן די גאנצע קרעדיט קארד ביל א יעדע חודש. אבער אויב איר האט א באלאנס, קען עס זיין העלפול צו וויסן ווי אזוי אייער אינטערעסט ווערט גערעכנט כדי צו באשטימען וויפיל איר צאלט יעדן מאנאט. די נומערן אויף אייער סטעמעינט קענען זיין זייער געקניפט און געבינדען, און איר קענט אייך וואונדערן, "ווי אזוי ווערט קרעדיט קארט אינטערעסט אויסגערעכנט?" כדי צו וויסן וויפיל אינטערעסט איר צאלט אויף אייער קרעדיט קארד ליינט דאס אדורך. קרעדיט קארט אינטערעסט איז וואס די קרעדיט קארט קאמפאני רעכנט אייך צו בארגן געלט פון זיי, וואס פאסירט ווען איר טראגט א באלאנס? איר וועט אנהייבן צו צאלן APR וואס דאס מיינט annual percentage rate. און אנדערע ווערטער די APR איז די נומבער וויפיל אינטערעסט איר גייט צאלן. נמשל, אויב איר האט א קרעדיט קארד באלאנס פון $1,000 און אייער APR איז 21%, וועט איר אלעס צוזאמען באצאלן $210 אין אינטערעסט און א יאר. לאמיר עס צונעמען אביסל בעסער, צוטיילט דעם APR אויף 365 טעג א יאר , גייט אייער אינטרעסט זיין א יעדן טאג 0.06%. אדער א טעגלעכע קאסט פון ארום 58 צענט פער טאג. דעי אלע נומבערס זענען נאר אויב די באלאנס איז $1,000 אבער אויב צאלט איר א יעדע חודש אפ אייער קרעדיט קארד צאלט איר נישט קיין אינטרעסט. אדער אויב צאלט איר נישט א יעדע חודש די אינטרעסט וואס די באנק האט אייך געגעבן וועט איר צאלן נאך מער אינטרסט. דאס אלעס וואס מיר האבן אויבן געשריבן איז נאר ביי די בענק וואס די אינטערעסט בלייבט אייביג די זעלבע אבער אויב טוישט די באנק כסדר די אינטערעסט לוינט זיך צו קוקן א יעדע חודש אויף די סטעמענט און עס אויס רעכענען לויט די וועג וואס מיר האבן אויבן געשריבן. .
ווי אזוי ווערט קרעדיט קארד אינטרעסט אויסגערעכנט content media
1
0
110
Pinchus schwartz
Jul 03, 2024
In אינפארמאציע אויף קארטלעך
בילט האט זיך צוזאם געשטעלט מיט וועלס פארגא צו מאכן פוינטס ווען מען באצאלט רענט. יעצט איז ארויס געקומען א באריכט פון די (WSJ (Wall Street Journal jun 25 2024 אז וועלס פארגא פארלירט צען מיליאן דאלאר א יעדע חודש פון די קארטל. בילט איז געווארן גרויס נישט נאר וויבאלד מען קען מאכן פוינטס ביים באצאלן רענט. נאר אויך וויבאלד זיי האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די גרעסטע ערליינס און האטעל פראגראמען. און אזוי אויך געבן זיי טראנספער באנוס´ס און פארמאשענס. עס מיינט זיך זאגן אז פוינטס קען זיין מער ווערד דרך בילט. אזוי אויך שרייבן זיי און די באריכט אז וועלס פארגא צאלט געלט פאר בילט פאר א יעדע נייע קארד האלדער. גייט בילט ענדיגען זייער דיעל? זייער דיעל גייט אן ביז 2029 די WSJ האט באריכטעט אז וועלס פארגא גייט נישט איבער מאכן א ניי דיעל אבער בילט זאגט אז און 2022 ביים עפענען די קארטל האבן זיי געוויסט אז עס גייט זיי אפ קאסטן אסאך געלט. און זיי זענען גרייט פאר דעם. נאכן הערן די רעפארט פון די WSJ איז בילט ארויס געקומען זאגן אז זיי האבן געזעהן אז 70% בילט קארד האלדערס זענען ניי צו וועלס פארגא. די מערסטע קאסטימערס זענען 31 און ארופ. דאס מיינט צו זאגן אז עס איז זייער אויף געכאפט ביי די ינגע און זיי זעהן יא א גוטע Future ווי אויך לייגן זיי צו אז רוב קאסטימערס נוצן בילט מיט אנדערע קארטלעך קומט אויס וועלס פארגא האט נישט אזוי סאך שאדן. (ביי בילט קען מען אויך צו לייגן אנדערע קרעדיט קארטלעך אדער די בענק אקאונט און אזוי צאלן רענט און נאך אלץ מאכן פוינטס) די דיעל גייט נאך אן פאר 5 יאר אסאך זאכן קענען נאך זיך טוישן מען דארף נישט מורה האבן אז די קארטל וועט פארמאכט ווערן.
?גייט זיך די בילט קרעדיט קארד ענדיגען content media
1
0
77

Pinchus schwartz

Editor
Admin

שרייבער

More actions
bottom of page