עירליין אינפה
סאוטוועסט עירליינס האט די פארלאפענע 50 יאר זינט איר גרינדונג געהאט די "אפענע זיץ" פאליסי.
דאס הייסט אז ווען איר קויפט א טיקעט איז מען אריין אין איינס פון די דריי גרופעס.
און דאן א טאג פארן פליען האט מען זיך געקענט איינשרייבן און אויסוועלן א זיץ. די וואס זענען געקומען פריער האבן פריער געקענט וועלן.
אצינד זאגט די עירליין אז זיי וועלן דאס טוישן.
די קאמפעני זאגט אז אין די ריסוירטש וואס זיי האבן געמאכט האבן זיי געטראפן אז אזויפיל ווי איבער 80 פראצענט פון די וואס האבן געטראכט צו פליען מיט סאוטוועסט האבן געוועלט א צווייטע עירליין. איז די פאקט אז מען האט נישט קיין באשטימטע זיצן געווען א
די קאמפעני זאגט אויך אז עס וועט איר העלפן און פארדינסטן ווייל זיי וועלן אנהייבן פארקויפן זיצן פאר אן אפצאל.
נאך א טויש וועט קומען אז די עירליין וועט אנהייבן פארן איבערנאכט. וואס וועט זיי העלפן בעסער אויסנוצן די עראפלאנען.
די קאמפעני זאגט אז די פרייע צוויי פעקלעך וואס מען קען ארויפנעמען בלייבט וויבאלד די ריסוירטש צייגט אז דאס איז פארוואס זייער אסאך קאנסומערס וועלן סאוטוועסט.