אסאך מענטשן גלויבן אַז נאר באצאלן די מינימום פעימענט וועט זיי העלפן בויען זייער קרעדיט, אָדער פאַרגרעסערן זייער טשאנסן צו ווערן אפראוועד פֿאַר אַ נייע קרעדיט קאַרטל. מענטשן טראַכטן אַז אויב זיי באַצאָלן אינטערעסט, און די באַנק מאכט געלט פון זיי (דאס איז דרך אגב אמת!). וועט די באנק זיך פרייען זיי צי אפראווען פאר נייע קארטלעך. וואָס הייסט? מען מאכט דאך געלט אויף אים? דעריבער, אפילו אויב די מענטשן קענען זיך ערלויבן צו צאָלן מער ווי די מינימום פעימענט, וועלן זיי נאָך אלץ נאר באצאָלן בלויז די מינימום פעימענט מיטן(פאַלשן) חשבון אַז דאָס העלפּט אים בויען די קרעדיט. און פאקט פאלט די קרעדיט דורך דעם און די באנק וויל נישט אפראווען אזעלעכע מענטשן. איינע פון די עיקר זאכן אויף וואס אייער פייקא סקאר איז געבויט איז וויפיל איר האט אויסגענוצט פון אייער עוועליבעל קרעדיט. נארמאל אזאנע מענטשן איז עס גאנטס אסאך אויסגעניצט, סא עס גייט האבן א שטארק נעגאטיווע אפעקט אויף אייער סקאר.
זיך דורך צי רעדן מיט איינע פון אינזערע עקספערטן דריקט דא