קרעדיט קאַרדס קאמפאניס באַריכטן אייער באַלאַנסעס צו די קרעדיט ביוראָוס אַיינמאָל אַ חודש. ביי רובֿ בענק, די טאָג וואס זיי באַריכטן איז דער טאָג וואס דיין סטעיטמענט ווערט געקלאוסד. אָבער וואָס איז אויב אייער קרעדיט ריפארט ווערט אפעקטירט דורך אַ גרויסע באלאנס וואָס איר האט שוין באַצאָלט, אבער סהאט זיך נאך נישט אפדעיטעד, און איר דאַרפֿט פארבעסערין אייער ריפארט ווי שנעלער? קענט איר אן פרעגן די באַנק צו אפדעיטן אייער קרעדיט קאַרטל באַלאַנס גלייך? מיט געוויסע בענק, קענט איר בעטן צו אפדעיטן אייער באַלאַנס אפילו אינמיטן חודש. ליינט ווייטער פאר מער פרטים וועלכע בענק עס גיבן די סערוויס.
אַמעקס איר קענט רופן אַמעקס אויף 1-800-874-2717 צו באַקומען אייער באַלאַנס אפדעיטעט ווי שנעלער. עס נעמט 5 ביזנעס טעג צי ווערן אפדעיטעט.
באנק אף אמעריקא
עס איז דא מענטשן וואס האבן מצליח געווען דורך רופן 1-800-421-2110 און געבעטן צי רעדן צו די קרעדיט ביוראָו ריפארטונג אפטיילונג, דערנאך געבעטן צי רעדן צי א סופערווייזער. אויב געלונגט וועט עס ווערן אפדעיטעט און 28 שעה.
טשעיס
איר קענט רופן טשעיס אויף 1-888-682-8361 צו באַקומען אייער באַלאַנס אפדעיטעט ווי שנעלער. עס וועט ווערן אפדעיטעט און 48 שעה. אויב איר באַצאָלט אייער באלאנס צי 0, וועט עס ווערן אויטאָמאַטיש אפדעיטעד אין 48 שעה (אפילו אָן אריינרופן).