וואס איז דאס א ביזנעס קארטל? וואס זענען די מעלות פון דעם? קען איך אפלייען פאר דעם אפילו איך האב נישט א LLC?
א ביזנעס קארטל איז א קארטל געמאכט פאר ספענדונגען פון א ביזנעס. רוב מאל וועט די קארטל האבן ספעציעל גיטע בענעפיטן אויף אייטעמס וואס ביזנעסער ניצן א.א.וו.
עס האט זייער אסאך מעלות מער ווי א נארמאלע קארטל.
עס האט גרעסערע עפענונג באנוס'עס ווי נארמאלע קארטלעך.
בדרך כלל וועט איר באקומען א גרעסערע לימיט אויף ביזנעס קארטלעך.
עס איז דא בענק ווי מען קען נאר ווערן אפראוועד פאר א געוויסע צאל קארטלעך, אבער ביזנעס קארטלעך איז נישט אינקלודעד.
יא!!! איר קענט אפלייען פאר א ביזנעס קארטל אויך אן האבן א LLC, לאמיר אייך צייגן סטעפ ביי סטעפ וואס איר דארפט ענטפערן.
ווען די קרעדיטער פרעגט וואס איז די ביזנעס סטראקטור דארפט איר ענטפערן “sole proprietorship”
ליגעל ביזנעס נאמען - שרייבטס אריין אייער אייגענע נאמען.
טרעיד נאמען אדער DBA - ענטפער איז ניין.
טעקס-איי-די - לייגט אריין אייער סאשעל.
אדרעס - איר קענט לייגן אז עס איז די זעלבע ווי אייער פערסאנאל אדרעס.
וויפיל ארבעטערס - טאמער איר האט נישט שרייבט 0, ביי אנדערע קאמפאניס ווי מען מיז סעלעקטן און די מינימום איז 1 סעלעקט 1 עס מיינט די בעל הבית.
פאון נומבער - איר קענט לייגן אייער פערסאנעל.
ווען האט זיך די ביזנעס געעפענט - בעסער עס זאל זיין מער ווי א יאר צי ווערן אפראוועד.
ביזנעס אינקאם - דאס איז וויפיל די ביזנעס האט געמאכט פארן באצאלן טעקס.
ביזנעס קאטאגארי - למשל אז איר פארקויפט עפעס שרייבטס ריטעיל אאוו.