קרעדיט
שטעל אפ א אינגערמאן אין גאס און פרעג אים, "די האסט א גוטע קרעדיט?" די תירוצים וועלן זיין פארשידענארטיג, עס וועלן זיין וואס וועלן ענטפערן "יא, ב"ה!" אנדערע וועלן ענטפערן "צו וואס ברויך איך קרעדיט? איך וויל באצאלן מיינע ביללס מיט געלט וואס איך האב", און נאך פארשידענע תירוצים.
עס זענען דא אסאך סיבות צו וואס א מענטש ברויך האבן גוטע קרעדיט, די שפיץ סיבה איז לכולי עלמא אויף צו קענען נעמען א מארטגעדזש וכדו' ווען די צייט קומט.
די זעלבע איז אויך פון די פארקערטע ריכטונג, ווען איינער קלערט פון ארויסנעמען א מארטגעדזש, איז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך צו האבן גוטע קרעדיט. זעלבסטפארשטענדליך, אז בעפאר די באנק באשליסט צו פארבארגן אזא גרויסע סומע געלט, ווילן זיי זיכער מאכן אז דער מענטש איז באגלייבט צוריקצוצאלן דאס געלט, און דאס ווערט אפגעשאצט לויט זיין ביז יעצטיגע קרעדיט. אויב האט ער א גוטע היסטארי פון באצאלן און נאכקומען זיינע פינאנציעלע התחייבות'ן אין צייט, וועלן זיי אים געטרויען אז ער וועט אויך ווייטער באצאלן.
וואס הייסט "גוטע קרעדיט"?
'גוטע קרעדיט' באשטייט פון מערערע פאקטארן צווישן זיי זענען די פאלגענדע:
א גוטע קרעדיט סקאור (Credit Score).
א היסטארי פון כאטש צוויי יאר באצאלן צייטליך.
די פראצענט פון ווי הויעך עס זענען די באלאנסען מען האט אויף קארטלעך אקעגן די קרעדיט לימיט.
די קרעדיט עידזש (Credit Age), און נאך.
אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר צונעמען אויף קליין-געלט די אלע נושאים, אויף א וועג אז א פרישע אינגערמאן מיט בלויז מינימאלע ידיעות אין די נושאים זאל וויסן און פארשטיין וואס ער צו טוהן צו קענען גרינגערהייט ווערן אפפראווט פאר א מארטגעדזש.
ליינט אין די קומענדיגע ארטיקעל: "ווער באשטימט די קרעדיט סקאור", "וואס הייסט א גוטע קרעדיט סקאור"
געברענגט צו אייך דורכן עקפעריענסד קעפיטאל M מארטגעדזש בראוקער ר' יצחק נפתלי קנאפפלער NMLS# 2085519, פאר מער אינפארמאציע, אדער דורכצושמועסן אייערע פערזענליכע מארטגעדזש איינגעלעגענהייטן רופט/טעקסט 845-637-2422 אימעיל yknopfler@thecapitalm.com
Capital M Inc. | Co. NMLS# 1772038 | 48 Bakertown Rd. Suite 303 Monroe NY 10950 | Registered Mortgage Broker NYS Department of Financial Services | Licensed Mortgage broker NJ and FL Banking Departments. | All Loans Arranged Through 3rd Party Providers.