קרעדיט סקאור
אינעם פריערדיגן ארטיקל האבן מיר אויסגעשמועסט די סאמע יסודות און טערמינען וועלעכע ווערן באטראכט ווען איינער גיבט אריין א מארטגעדזש אפליקאציע פאר א באנק אדער בראוקער, די זעלבע איז אויך ווען איינער אפלייעט פאר סיי וועלעכע 'קרעדיט', לדוגמא, א קרעדיט קארד אדער קאר ליעס, די חילוק איז נאר אז ביי קרעדיט קארדס און קאר ליעסעס גייען די זאכן פיהל מער סיסטעמאטיש, און די פרטים שפילן נישט אזא גרויסע ראלע, דער עיקר איז אז די 'סקאור' איז גוט.
אינעם היינטיגן ארטיקל וועלן מיר אביסל מער אויסשמועסן וואס ליגט אינטער די יסודות'דיגע באשטאנדטיילן פון א גוטע קרעדיט, צוביסלעך וועלן מיר צוקומען וויאזוי דאס צו עררייכן, פרעזערווירן, און בענעפיטירן דערפון.
וואס הייסט א גוטע 'קרעדיט סקאור'?
ערשטענס קומט די 'קרעדיט סקאור', וואס הייסט א גוטע 'קרעדיט סקאור'? איז אזוי, די בעסטע קרעדיט סקאורס זענען פון 740 און ארויף, הגם די בענק וועלן געווענליך מסכים זיין צו פארבארגן געלט אפילו פאר איינעם וואס האט א סקאור פון 620 און העכער, דאך וועט די 'אינטערעסט ראטע' (Interest Rate) וואס די באנק וועט ארויפלייגן אויפן מארטגעדזש שטארק אפעקטירט ווערן פון א נידריגע סקאור. ווי נידריגער די סקאור איז וועט די אינטערעסט ראטע זיין העכער אדער טייערער. ווי אויך קען די סומע וואס זיי זענען גרייט ארויסצוגעבן זיך ווענדן אינעם קרעדיט סקאור, דערפאר איז זייער וויכטיג איר זאלט אויפבויען אייער קרעדיט צו האבן ווי א העכערע סקאור.
וויאזוי בויעט מען אויף א גוטע 'קרעדיט סקאור'?
איר קענט אויפבויען אייער קרעדיט סקאור דורך אסאך וועגן, עס זענען דא מער פשוטע וועגן, וואס נעמט א שטיק צייט צו אנקומען צו א לייטישע סקאור, דאן זענען דא מער אגרעסיווע שריט וועלעכע קענען גענומען ווערן און ברעגען אסאך שנעלערע רעזולטאטן, עס זענען אויך פארהאנען געוויסע 'טריקס' וואס קרעדיט עקספערטן קענען נוצן אין פאל מען דארף גאר שנעל אדער גאר דראסטיש אויפבויען אדער פארבעסערן איינעם'ס קרעדיט.
פאלגענד וועלן מיר אוסרעכענען עטליכע פשוטע מהלכים צו בויען קרעדיט, ווען איינער דארף צוקומען צו די 'טריקס מהלכים' וואלטן מיר געראטן עס צו טוהן דורך אן עקספערט וועס ליגט אין דעם פעלד, מען קען אויך זעהן מער געדאנקען און מהלכים אויף דעם סייט ביי די סעריע 'בויעטס אייער קרעדיט'.
שטענדיג באצאלן צייטליך אייערע בילס.
נוצן רעגלמעסיג קרעדיט-קארדס.
זיך צוריקהאלטן פון אויסנוצן אייערע קרעדיט-קארדס ביז'ן מאקסימום. (ס'איז כדאי זיך צו האלטן אונטער 30% פונעם 'קרעדיט לימיט' – Credit Limit)
פארמיידן איבריגע קרעדיט Inquiries.
ווער באשטימט די 'קרעדיט-סקאור'?
עס זענען דא דריי פירמעס וואס זיי זאמלען אינפארמאציע פון בענק און אנדערע פירמעס אזוי קוקן זיי נאך די קרעדיט פון יעדן מענטש און געבן ארויס די סקאורס, די פירמעס זענען: Transunion, Equifax, און Experian. די פירמעס ווערן אנגערופן 'קרעדיט ביוראס' (Credit Bureaus).
ווען א באנק קוקט נאך אייער קרעדיט, וועלן זיי בעטן די קרעדיט סקאור פון אלע דריי קרעדיט ביוראס און דערנאך אננעמען די מיטלסטע סקאור, וואס לויט דעם וועלן זיי מאכן זייערע באשלוסן. א קרעדיט קארד פירמע אדער א קאר ליעסינג קאמפאני וועט געווענליך נאר קוקן אויף איין ביורא געוואנדן לויט זייער איערליכע פאליסי.
די גוטע נייעס איז:
כאטש עס דויערט געווענליך א צוויי יאר אויפצובויען א גוטע קרעדיט, האבן מיר בעז"ה עקספיריענס די לעצטערע יארן מיטן ראטן קליענטן און העלפן אויפבויען קרעדיט פיל שנעלער.
געברענגט צו אייך דורכן עקפעריענסד קעפיטאל M מארטגעדזש בראוקער ר' יצחק נפתלי קנאפפלער NMLS# 2085519, פאר מער אינפארמאציע, אדער דורכצושמועסן אייערע פערזענליכע מארטגעדזש איינגעלעגענהייטן רופט/טעקסט 845-637-2422 אימעיל yknopfler@thecapitalm.com
Capital M Inc. | Co. NMLS# 1772038 | 48 Bakertown Rd. Suite 303 Monroe NY 10950 | Registered Mortgage Broker NYS Department of Financial Services | Licensed Mortgage broker NJ and FL Banking Departments. | All Loans Arranged Through 3rd Party Providers.