זייער אסאך מאל ווען א מענטש נעמט ארויס אסאך 0 AP͏͏͏R איז זיין מטרה צי האבן קעש דערפון, פאלגנעד האט איר אפאר אונטערסאנטע רעקאמענדאציעס ווי אזוי צי פארוואנדלען אייערע קארטלעך און גרינס.
באלאנס טרענספער טשעקס.
טשעיס, סיטי, בארקעליס, וועלס פארגא , (וועלס פארגא שיקט רוב מאל ארויס טשעקס פאר נייע קארד האלדערס) און נאך בענק שיקן זייער אפט ארויס טשעקס פאר א באלאנס טרענספער מיט א 0 APR אפפער פאר ווער עס האט קארטלעך פון זיי. די טשעקס קען מען אויס שטעלן צו די אייגענע נאמען און אזוי אריין לייגן און באנק. טאמער האט איר באקומען אפאר טשעקס, קענט איר עס נעמען צום קימענדיגן שטאפל, שרייבטס אויס א טשעק צי אייער נאמען, מיט די גאנצע עוועליבל סכום, דערנאך נעמטס א 2טע קארטל וואס האט א APR 0 באללאנס טרענספער אפפער אבער אפפערן נישט קיין טשעקס, און באצאלטס די גאנצע באלאנס פון קארטל נומבער 1 מיט א באלאנס טרענספער, יעצט קענט איר פון דאסניי אויסשרייבן א טשעק צי אייער אקאונט, אזוי קענט איר טהון מיט וויפיל טשעקס איר האט עוועליבל. אויב איר האט נישט קיין טשעקס קענסט איר פראבירן אריין רופן דיין באנק און עס קען געלונגען אז זיי זאלן שיקן טשעקס אדער אפילו אפפערן עס אריין צי ווייערן און אייער אקאונט.
מאכטס א באלאנס טרענספער פאר מער געלט ווי די באלאנס, און פארלאנגטס א ריפאנד.
למשל אז איר האט א באלאנס פון $100 אויף קארד 1. דאמאלטס דארפט איר גיין און בעטן קרעדיט קארד 2 (די 0 APR קארטל ) אז זיי זאלן מאכן א באלאנס טרענספער פון $10,000 צו קארד 1, וואס האט עכט א באלאנס פון $100 דאללער. קרעדיט קארד 1 גייט באקומען א פעימעינט פון $10,000 פון קרעדיט קארד 2. קומט אויס אז די גייסט האבן $9,900 קרעדיט. דאמאלטס וועט איר קאלן קרעדיט קארד 1 און זאגן אז איר האט געמאכט א מיסטעק פון אפאר זעראס, און איר דארפט צוריק אייער $9,900. קרעדיט קארד 1 וועט אייך אפפערן א טשעק פון די סכום פון $9,900. און די לעצטע פאר יאר איז עס געווארן שווערער, נאכדעם וואס בענק פארמאכן די אקאונטס טאמער מען טהוט עס אפאר מאל, ווי אויך קענען זיי דיקליינען די באלאנס טראנספער, עכ"פ טאמער איינער וויל מצליח זיין זאל ער זיכער מאכן אז עס איז דא עפעס א באלאנס אויף קארד 1 און זיין גרייט אז אפשר וועט קארד 1 ווערן פארמאכט.