און דעם ארטיקל וועלן מיר פראבירן אויס צי שמועסן ווי ווייט מעגליך אלעס אנבאלאנגט די טשעיס 24/5 רול.
וואס מיינט 24/5?
זייער פשוט, טאמער האט איר געעפענט און די לעצטע 24 חדשים 5 קארטלעך נישט קיין נפק"מ ביי וועלכע קאמפאני וועט אייך טשעיס באנק נישט אפראאווען פאר קיין שום קרעדיט קארטל.
פון ווי ווייסט טשעיס וויפיל אקאונטס איר האט געעפענט און די לעצטע 24 חדשים?
זיי נעמען די אינפארמעישען פון איינע פון די 3 קרעדיט בירא'ס, סא יעדע קארטל וואס איר עפענט גייט ארויף אויף אלע 3 ריפארטס, במיילא וועלן זיי עס אייביג זעהן.
טאמער האט איר ממש יעצט געעפענט אייער 5טע קארטל און איר זעהט עס נאך נישט אויף אייערע קרעדיט ריפארטס וועלן זיי עס לכאורה אויך נישט זעהן.
אזוי אויך טאמער האט איר געעפענט ביזנעס קארטלעך וואס איז נישט ריפארטעד אויף אייערע ריפארטס וועט עס לכאורה אויך נישט זיין קיין פראבלעם.
א דיקליינד קארטל ווערט נישט גערעכענט, אבער א פארמאכטע אקאונט ווערט יא גערעכנט, סא עס וועט נישט העלפן צי קלאזען די אקאונט.
טאמער זענט איר א אוטארייזעד יוזער צי איינעמס אקאונט וועט עס יא גערעכנט ווערן, אבער איר קענט פראבירן ביי די ריקאנסידרעישען ליין אויף 1-888-609-7805 אז זיי זאלן אייך אפראווען. טאמער האט איר שוין פארמאכט די קארטל און עס איז א קלאזט אקאונט אויף אייער ריפארט קענט איר פון מאל צי מאל ווערן אפראוועד מיטן זיך אויס שמועסען מיט זיי.
הויז מארגעטש, קאר ליעס, אאוו. ווערט נישט גערעכענט.
טאמער באקומט איר א אפפער ביי מעיל, און די ברענטש, אדער אין אייער טשעיס לאג אין קענט איר צי מאל בייפעסען די רול....
אויב איר זענט נישט קלאר קענט איר זיך אייביג קאנטאקטירן מיט אונז.